שפאניע – אלעס איז שוין היינט פארהאן צו באקומען אין "דיעטע" פארמאט, און אצינד קענען אוואקאדאס צוגעלייגט ווערן צו דער ליסטע. יא, א פירמע אין שפאניע זאגט אז זי האט באוויזן צו לאזן וואקסן אוואקאדאס וועלכע זענען ספעציעל גוט פאר מענטשן וועלכע גייען אויף דיעטעס און ווילן אכט געבן וויפיל פעטנס זיי עסן. אן אוואקאדא איז טאקע א נאטורליכע געוואוקס, אבער מענטשן כאפן זיך נישט ווי ווייט פעט דאס איז, און אז אן איינצלנע אוואקאדא פארמאגט צווישן צוואנציג ביז דרייסיג גראם פעטנס. די "איילא באניטא" פירמע זאגט אז אירע אוואקאדאס פארמאגן ארום דרייסיג פראצענט ווייניגער פעטנס פון געווענליכע אוואקאדאס, אבער סקעפטיקער צו דעם גאנצן דערהער פון "דיעטע אוואקאדאס" זאגן אז די גאנצע זאך איז בכלל נישט קיין אויפטו, ווייל רוב פון די אוואקאדא פעטנס איז "מאנאסעטשורעיטעד", וואס האט אין זיך פילע געזונטהייט בענעפיטן.

בילד: אוואקאדאס פאר דיעטע מענטשן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל