א פּאָליציי אָפיציר האט ארויסגעצויגן זיין האַנט-גאָן און געסטראשעט היימישע פּראָטעסטירער אינמיטן א דעמאַנסטראציע קעגן די גיוס פּלאַן, מאנטאג נאַכט אין ירושלים.

נאָכן ארויסציען א וואָפן אויף ארטאדאקסישע פּראָטעסטירער, ווערט די אָפיציר געהערט געזאגט 'איינער וויל באַקומען אַ קויל?'

די מדינת ישראל פּאָליציי זאגט אז ווילדע פּראָטעסטירער האבן אַרומגערינגלט דעם אָפיציר'ס קאר, עס ארומגעשאקעלט, פארשטעלט זיין וועג און געווארפן שטיינער אויף אים. די אָפיציר איז דאָך גערופן געווארן צו דערקלערן זיין אויפפירונג צו זיינע קאָמאַנדירן.

די פּאָליציי האט ארעסטירט אַכט פּראָטעסטערס און פארשיקט די פארזאמעלטע, צוריק עפענדיג די גאַס.

בילד: פּאָליציי אָפיציר ציעט ארויס ביקס אויף חרידישע פּראָטעסטירער




אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל