די אמעריקאנער-געשטיצט רעבעלן האבן היינט געמאלדן אז נאך מאנאטן פון העפטיגע שלאכטן האבן זיי באוויזן צו גענצליך איבערנעמען קאנטראל פון ראקא, א שטאט אין סיריע וועלכע אייסיס האט באטראכט פאר זייער הויפטשטאט און האבן דארט געוועלטיגט פאר איבער 3 יאר. היינט דינסטאג פארטאגס איז די לעצטע אייסיס פעסטונג געפאלן און די פארבליבענע קעמפער זענען אצינד אונטער ארעסט ביי די רעבעלן גרופעס.

די שלאכטן גייען שוין אן דארטן פאר איבער 4 מאנאטן און עס קעמפן דארטן זייט ביי זייט די סירישע רעבעלן אינאיינעם מיט קורדישע קעמפער וועלכע ווערן מושטירט און באוואפנט דורך די פאראייניגטע שטאטן, אין די לעצטע וואכן זענען די שלאכטן געווארן מער אינטענסיוו און אמעריקאנער באמבעס האבן כמעט גענצליך רואינירט דעם שטאט, אין די לעצטע וואכן האבן די רעבעלען געגעבן א געלעגנהייט פאר הונדערטער אייסיס קעמפער צו פארלאזן די שטאט אומגעשעדיגט, א זאך וואס האט צוגעאיילט די געווינס.

טראץ די דעקלעראציע פון געווינס און די פאקט אז די שלאכטן זענען אפיציעל אריבער, טוען אבער עקספערטן שאצן אז עס קען נאך נעמען וואכן אדער גאר מאנאטן צו גענצליך אויסראטן די רעשטלעך פון די טעראריסטן וועלכע נעמען שוץ אונטער די בערג פון ברוכווארג און פארלאזטע געביידעס און פירן גורילע קאמפן.

בילד: אייסיס הויפטשטאט באפרייט: פרא-מערב קרעפטן באפרייען ראקא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל