איראקער טרופן האבן נעכטן געשטורעמט די שטאט קירקוק און איבערגענומען קאנטראל פון וויכטיגע אויל פעלדער און פאבריקן וועלכע זענען קריטיק וויכטיג פאר די קורדישע עקאנאמיע. די שטאט קירקוק איז אין צענטער פון די קאנפליק צווישן די קורדישע אויטאריטעטן וועלכע האלטן אז עס איז זייערס צוליב דעם וואס די מערהייט פון די עטנישע באפעלקערונג דארטן איז קורדן, און די איראקער זאגן אז עס איז אינדרויסן פון די קורדיסטאן ראיאן און אזוי אויך איז עס ארומגענומען מיט דערפער וועלכע פארעמען א אראבישע מערהייט. די קורדן זאגן אויך אז זיי זענען בארעכטיגט דערצו וויבאלד זיי האבן באפרייט די שטאט פון אייסיס קאנטראל.

די שטאט איז זייער רייך אין אויל און איז דעריבער א שטארקע קוואל פאר די קורדן וועלכע זענען ארומגערינגלט מיט אן עמבארגא פון אלע זייטן דורך טערקיי, איראק און איראן. די עמבארגא איז ארויפגעלייגט געווארן אלס שטראף פאר די רעפערענדום און די זעלבסשטעדנדיגקייט דעקלעראציע פון די קורדן.

די איראקער מיליטער האט נעכטן איבערגענומען וויכטיגע פאזיציעס אין די שטאט, אבער די קורדן האבן נישט געשטעלט קיין ערנסטע ווידערשטאנד, זיי האבן איבערגענומען אויל פעלדער וועלכע ווערן סיי ווי קאנטראלירט דורך רעגירונג אנגעפירטע פירמעס, אזוי אויך האבן זיי איבערגענומען רעגירונג געביידעס און אראפגענומען די קורדישע פענער וועלכע האבן דארט געפלאטערט.

אנאליסטן האלטן אז די קורדן טוען זיך מאביליזירן צו באשיצן די ארומיגע שטעט, און זוכן נישט צו אנצינדן א מיליטערישע קאנפראנטאציע ארום קירקוק, א שטאט וואס זיי האבן שוין אין די פארגאנגענהייט דערקלערט אז זיי זענען גרייט צו פארהאנדלן איבער איר צוקונפט, אבער אויב די איראקער קרעפטן וועלן ווייטער גיין איז דאס ערווארטעט צו אונטערצינדן א עטנישע קריג און מעגליך פירן צו פרישע בלוט באד אין די קריג געפלאגטע איראק.

בילד: איראק אויפ׳ן שוועל פון פרישע עטנישע קריג צווישן אראבער און קורדן

מאפע: איראק אויפ׳ן שוועל פון פרישע עטנישע קריג צווישן אראבער און קורדן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל