די ״פארבס״ מאגאזין וואס האט זיך איינגעקויפט א אינטערנאציאנאלע רעפוטאציע אין אפשאצן די ווערט פון די וועלטס רייכסטע מענטשן האט גענידערט דעם פרעזידענט מיט גאנצע 92 פלעצער אראפ אין די נייע ליסטע פון די 400 רייכסטע אמעריקאנער, נאכדעם וואס לויט זייער שאצונג איז זיין טאטאלע פארמעגן געפאלן מיט א געשאצטע 600 מיליאן דאלער. די ליסטע באשטייט פון 400 ביליאנערן וואס זייער פערזענליכע רייכטהום איז אריבער די סומע פון 2 ביליאן דאלער, און אויף די שפיץ שטייט שוין צום 24סטע יאר אין א ציה דער גרינדער פון מייקראסאפט ביל געיטס, נאכגעפאלגט מיט דשעף בעזאס, דער גרינדער פון עמעזאן. לויט די שאצונג פון פארבס איז פרעזידענט טראמפ היינט צו טאג ווערט ארום 2.68 ביליאן דאלער.

בילד: טראמפ׳ס פערזענליכע רייכטהום געפאלן מיט 600 מיליאן דאלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל