א פרישע סי-ען-ען אנקעטע צייגט אז די מאס שטיצע פון וועלכע דער פרעזידענט געניסט האלט אן ארום ביים זעלבן שטאפל ווי מיט א מאנאט צוריק, מיט ארום 37% וועלכע שטיצן דעם פרעזידענט און זענען צופרידן פון זיין פירערשאפט, און ארום 57% אמעריקאנער וואס דרוקן אויס אומצופרידנהייט. אין די זעלבע צייט צייגט די אנקעטע אז די צאל מענטשן וועלכע האלטן אז אמעריקע גייט אין א גוטן ריכטונג איז געפאלן דראסטיש פון 53% פאריגן מאנאט צו 47% וועלכע זאגן דאס זעלביגע אין די יעצטיגע אנקעטע. אנאליסטן האלטן אז די 37% רעפרעזענטירט די סטאבילע באזע פון טראמפ שטיצער וועלכע זענען געטריי צום אים אפגעזען פון זיינע דערגרייכונגען.

בילד: צופרידנהייט ראטע פון פרעזידענט טראמפ האלט אן ביים זעלבן שטאפל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל