חלק א: דוד'ל - כיתה ג'


כ'וועל אנפאנגען מיט א געשיכטע פון אפאר יאר צוריק זומער. זומער תשע''ד ס'איז מיר אויסגעקומען זיך אפצוגעבן מיט א טייערע לעכטיגע יונגעל לאמיר איהם אן ריפען דוד'ל.

דוד'ל, חוץ פון דעם וואס ער איז א אויסער געווענליך בא'חן'טע יונגעל, איז ער נאך צו צו דעם א אויסערגעווענליכע שארפע און קלוג יונגל, אזאנס וואס ס'איז נישט דא זיינס גלייכן. זיינע מלמדים, מנהל און אלע רבי'ס פון די חדר זענען ארויס פון התפעלות פון דער קינד'ס קלוגשאפט. און מיר אלע - ואני בתוכם - האבן אלע פערזענליך הנאה געהאט צו שמועסן מיט אים.

פון די ערשטע מינוט וואס איך האב זיך מיט איהם באקענט, האט זיך נעבעך גלייך ארויסגעוויזען איף אים זיין מחלה אויף א פארנעם וואס אלע ערוואקסענע האבן עס אלע גלייך באמערקט אויף אים. ווען נאר ער איז געזעצן צווישען די קינדער פון זיין קלאס און זיך נישט באשעפעטיגט מיט עפעס (ווי למשל עסען וכדו'), האט זיך ביז אפאר מינוט גלייך מיט אים אנגעפאנגען שרעקליכע שלעגערייען. פארשטייט זיך אז ער מיינט נעבעך קיינמאל גארנישט... ער פלעגט נאר קודם שלאגן זיינע ארומיגע, אזעלכע קליינע פעטשעליך, נאר בלויז פאר א וויץ... אבער ווי נאך ס'איז אריבר אפאר מינוט, פלעגט זיך עס אריינשלעפן אין שלעגערייען מיט אנדערע קינדער, ביז צו מכות אכזריות...

ס'איז נאר געווען מיין ערשטע טאג מיט דוד'ל, און מען האט מיך נישט געהעריג פאראויס-געזאגט, האב איך נישט געוויסט קיין סאך. איז לאמיך אייך דערציילען דברים כהויתן, ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען, און וויאזוי איך האב מיך באקענט מיט דוד'ל יענעם ערשטען טאג פון דעם זומער. דוד'ל איז אזוי ווי אלע אנדערע קינדער געגאנגען שווימען בשעת וואס איך האב געווארט אויף איהם אונטען אין די חדר האוכל ווי אלע קינדער וועלען אראפקומען נאכן שווימען, און האב דערווייל געכאפט א שמועס'ל מיט איינער פון די סטעף מעמבער'ס פון די חדר. מיטאמאל הער איך א שטארקע געלעכטער פון קינדער.. איך געב זיך שנעל א דריי צו פון ווי די געלעכטער קומט פון, זעה איך ווי נעבעך אלע קינדער וואס שטייען ארום דוד'ל רייסן זיך פאר געלעכטער נאן-סטאפ... איך געב שנעל א לויף אהין פון ווי די גלעכטער קומט, זעה איך נעבעך ווי דוד'ל'ס העמד איז אנגעטוהן פארקערט.. די קנעפלעך צו די פארקערטע זייט פון זיין פנים.. זיינע ציצית הענגן נעבעך פארשלאכערטערהייט צו אלע זייטען.. און זיינע שיך נעבעך אנגעטוהן די רעכטע שיך אויף די לינקע וחוזר חלילה... און ער שטייט דארט נעבעך, בעת וואס ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס די קינדער לאכן פון אים...

איך האב באלד געכאפט וואס דא קומט פאר, און איהם גלייך ארויף גענומען צו די מנהל'ס אפיס. ווי נאר איך האב דערציילט פאר די מנהל וואס ס'איז יעצט פארגעקומען, האט איהם די מנהל גלייך געפרעגט: דוד'ל טייערע, דיין טאטע האט דיך געשיקט צו חדר מיט די קענדיס. יא? דוד'ל האט גענפערט: יא מנהל טייערע, ס'ליגט און מיין בריוו קעיס, און מיין טאטע האט מיך טאקע געהייסען עס געבן פאר די מנהל. אקעי צדיק'ל האט איהם די מנהל ליבלעך געזאגט: גיי שיין ארויף צו דיין קלאס און ברענג גלייך אראפ צו די מנהל די באקס מיט די קענדיס. פון יענע טאג אן האב איך געוויסט אז די ערשטע זאך ווען דוד'ל קומט אין חדר, דארף מען זיכער מאכן אז ער גייט גראד צו די מנהל'ס אפיס נעמען זיין מעדעצין.

גלייבט'ס מיר טייערע חברים, ס'איז מיר געווען גאר א שווערע זומער מיט דוד'ל. פון איין זייט כדי זיך צו קענען געהעריג אנטוויקלען, דארף ער - ווי מער - זיין צווישען נארמאלע קינדער פון זיין יאהרגאנג. זיך שפילען מיט זיי, גיין שווימען מיט זיי, אא''וו. אבער פון די אנדערע זייט, היות ס'פלעגן פארקומען אזויפיהל שלעגערייען מיט דוד'ל, ווי למשל ביים שווימען - וואס ער האט געקענט גוט אנשפריצען אנדערע קינדער על לא עוול בכפם.. ער האט טאקע נעבעך גארנישט געמיינט און קוים געכאפט וואס ער טוט... זענען איהם אבער די קינדער פארשטייצעך גארנישט שולדיג געבליבען... ביז ס'פלעגט פון דעם ווערען גאנצע קריגעריי ביז צו מכות רצח און בייסן..

איך האב יענעם זומער געדארפט יעדעס מאל באזונדער שווער שוקל זיין, צו איך זאל איהם לאזן גיין שווימען צו נישט. אמאל האט עס געהאלפען אז כ'האב איהם צוגעזאגט, אז אויב פאר אפאר טעג וועט ער זיך גוט אויפירן ביים שווימען גייט ער באקומען א ספעציעלע מתנה, האט עס געארבייט. אבער צומאל האט עס נישט געארבייט, און בלית ברירה האב איך אים געהייסען זיך גלייך אנטוהן און ארויס גיין פון פּול. און געוויסע טעג האב איך איהם באין ברירה אינגאנצן געמוזט אפהאלטען פון צו גיין שווימען.

כ'וועל ענדיגען דעם געשיכטע מיט דעם וואס ס'איז פארגעגאנגען די לעצטע טאג פון די זומער. ס'איז געווען און דוד'ל'ס קלאס נאך א יונגעל, לאמיר אים רופען העניך, דער העניך איז אויך נעבעך נישט קיין גרינגע מעשה און א פרשה פאר זיך (ער איז אויך געווען אויף פילן מיט א אנדערע דייעגנאסעס עכ''פ..), האט זיך געמאכט אז ס'איז געווען די לעצטע טאג פון די זומער, און די לעצטע טאג פון די זומער - טאמער ווייסט איר נישט, וועל איך אייך מודיע זיין - אז די קינדער זענען 'נאר אביסעל' מער צעלאזט און עקסיידעט ווי אין א געווענליכע טאג...

איך האב אפגעמאכט ביי מיר אז די לעצטע טאג פון די זומער קען איך בשום אופן נישט צוריקהאלטען דוד'ל פון גיין שווימען, האב איך איהם געלאזט גיין שווימען נאר געלייגט זיבן עקסטערע פאר אויגן אז ס'זאל כאטש נאר פארקומען 'ווי ווייניגער' שלעגערייען... איז צוריק צו דער העניך. קענט איר זיך אליין פארשטיין אז ער מיט דוד'ל זענען זיך גאנץ גוט אדורכגעקומען.. און די צוויי האבן זיך דורכאויס די זומער זיך די מערסטע געשלאגען צווישען זיך. נעבעך צוויי קינדער, מיט צוויי שווערע נאטארן.

שוין די לייף גארד רופט אויס: מיט'ן באקאנטע ניגון.. צען.. ניין... אכט.... זיבן... דריי.. צוויי... און איינס! א יעדער איינער איז שוין ארויס פון פול! און די באסעס פארן אהיים אין 20 מינוט! יעדער איינער זאל געדענקען אהיימצונעמען אלע זיינע אלע שווים זאכן!

מיטאמאל הער איך א בהלה און קינדער קומען מיך זאגן אז ס'איז לעבעדיג... איך געב א קוק זעה איך ווי דער העניך שטייט מיט די גרינע שלאך ווייסער און די האנט און באשפריצט נעבעך אלע קליידער פון דוד'ל מיט וואסער פון קאפ ביז פוס... און דא שטיי איך די לעצטע טאג פון די זומער, און - פארגעסט נישט - די לייף גארד האט אויסגערופן: "און צוואנציג מינוט ארום פארן ארויס אלע באסעס", און דער דוד'ל שטייט און ווארפט זיך נעבעך פאר קעלט אהן קיין קליידער וואס אנצוטוהן... כ'האב גערופען דוד'ל'ס טאטע, אבער ער איז נישט געווען עוועליבעל איהם צו קומען אהיים נעמען.. ס'איז געווען יענעס געלעכטער... אבער וואס טוט מען דא? 

כ'האב ברוך השם געהאט די שכל אויפן פלאץ, און צו מיין מזל איז געווען א שטארקע זון יענע טאג, האב איך אויסגעקוועטשט די וואסער פון דוד'ל'ס קליידער, און געלייגט די קליידער אויף די זון פאר א פאר מינוט זיך צו טריקענען, אזוי אז ער האט כאטש געהאט האלב וועג'ס טריקענע קליידער מיט וואס אהיים גיין.

חלק ב: משה פנחס - ישיבה קטנה בחור, שיעור ב'


לאמיר גיין ווייטער די נעקסטע ווינטער. חשון תשע''ה איז מיר ווייטער אויסגעקומען זיך אפ צו געבן מיט א 15 יעריגע ישיבה קטנה בחור'ל מיט ADHD (רובו דרובו פרטים וואס איך שרייב זענען אמת), לאמיר איהם אנרופן משה פנחס. 

דא האב איך שוין יא באקומען שטארקע אינסטראקציעס פאראויס... און איין ווארט, האט מיר די משגיח פאראויס אנגעזאגט אז דו באקומסט דא צו האנדלען מיט א טאנצעדיגע בחור.. און נישט נאר דאס, נאר די משגיח ווייטער מבשר געווען די גוטע בשורה.. נאר דו באקומסט דא א בחור אזאנס וואס אלע די פריעדיגע (וואס האבען זיך מיט אים אפגעגעבן) האבן זיך בשום אופן נישט געקענט מיט אים א עצה געבן.. איך האב אבער דאך יא אנגענומען די פארלאנג זיך אפצוגעבן מיט אים.

אנפאנג זמן איז פארשטייצעך פיל גרינגער, ווייל ווי באקאנט זענען די בחורים אנפאנג זמן פול ערענסטער, אבער נישט מיט אונזער משה פנחס'ל... ביי אים האט די לופט אין דער באלאן שוין געפלאצט ביי די צווייטע, דריטע וואך.. און גלייך דעמאלטס האב איך שוין באמערקט אז ס'איז נעבעך גרויסע צרות מיט אים.

גוט מסדר געווען די משגיח..


לאמיך פאר א מינוט אפשטעלן מיין געשיכטע און לאמיר אייך, חשובע ליינער, אביסל מסביר זיין ווער דער משה פנחס איז: גלייבטס מיר בנאמנות אז די משגיחים האבן באמת געציטערט זיך אנצופאנגען מיט אים... 

געווען איז עס איין נאכט נאך מעריב, אינדערויסען אויפן גאס איז געגאנגען א שלאקס רעגן און די בחורים האבן זיך געגרייט אהיימצוגיין. פארשטייצעך טייל בחורים געהאט שירעמס מיט זיך, און אונזער משה פנחס פונקט נישט. האט אונזער טייערע משה פנחס'ל שנעל א כאפ-געטוהן איינע פון די אנדערע בחורים'ס שירעם און זיך א שטעל געגעבן ביים טיר די אנדערע זייט פון ווי מען גייט ארויס פון די בהמ''ד. און אזוי האט ער אנגעפאנגען אויפמאכען און צומאכען דעם שירעם אהין און צוריק... אזוי אהין און צוריק.. אויפגעמאכט און צוגעמאכט.. אויפגעמאכט און צוגעמאכט... אזוי אז בחור נאך בחור זענען ארויס געקומען פון בהמ''ד און געכאפט פליקן אין פנים פון דעם שירעם... 

דער משגיח האט נארוואס גענדיגט רעדן א דערהויבענע שמועס און עבודת השם מיט חיים שמואל - איינע פון די בעסטע בחורים פון ישיבה - און ער שפאצירט זיך אזוי געמיטלעך ארויס פון בית המדרש, און מיט א ערענסטע מינע אויפען פנים נאך אזא געוואלדיגען דערהויבענעם שמועס מיט חיים שמואל.. נו איר פארשטייט שוין אליינס וואס דא איז ווייטער געשעהן... איא? אזוי ווי דער משגיח האט נאר ארויסגעטרעטן פון דעם בהמ''ד טיר, האט ער געכאפט און פנים אזאנס און אזעלעכס... ווען בשעת מעשה שטייען בחורים ארום פון אלע זייטן... און שטייען און רייסן זיך פאר געלעכטער..

א צווייטע טאג האט משה פנחס געגעבן א קום אן און ישיבה מיט א צען צוואנציג עכטע פיש פון די פעט-שאפ... און די גאנצע ישיבה איז געפארן אויף רעדער... משה פנחס האט געפירט לוויות און אזוי אויך הספדים... אזוי אז ס'איז געגאנגען א רויעך.. נו פארשטייט איר שוין אביסעל פון וואס מען רעדט. יא?

קאווע: פארוואס פונקט מיט א גלאזערנע קאפ? 


לאמיר צוריק גיין צו מיין סדר היום מיט משה פנחס. איך פלעג אריינשפאצירן רואיגערהייט אין ישיבה א יעדן טאג צו מיין זמן קבוע. און יעצט האלט איך שוין דא ביי די דריטע וואך פון ישיבה, נא, מעג מען דאך שוין מיט רעכט מאכן אביסעל "פאן" כלשונו הזהב פון אונזער משה פנחס'ל...

נו, איך ווייס נישט פון גארנישט; ס'איז היינט ביי מיר א טאג פונקט אזוי ווי א יעדן טאג. איר מוזט אבער ערשט פארשטיין א קלייניקייט, איר מוזט קודם פארשטיין, אז אונזער משה פנחס וויל אויסדריקלעך נאר טרינקען קאווע פון א גלאזערנע קאפ, מסכים? לכאורה סתם א משוגעת, ניין? נא פיין זאל זיין א גלאזערנע וועם שטערט עס דען, ניין? אזוי האב איך אויך געמיינט... איז הערט, אזוי ווי איך קום אריין אין ישיבה איך זעץ מיך אוועק אקעגן משה פנחס, זאגט ער מיר אז ער וויל נאר ארויס גיין נאר פאר א מינוט צו מאכן א קאווע. אקעי קום אבער גלייך שוין צוריק, זאג איך איהם אן. יא, איך קום שוין צוריק! שרייט ער מיר צוריק, בעת וואס ער איז שוין אויפן וועג צו דעם חדר הקאווע. שוין איך זיץ מיך רואיג ביי מיין פלאץ. און ער איז דערווייל אין דעם קאווע צימער, שווענקט אויס זיין גלאז און גרייט צו זיין קאווע. 

מיטאמאל זעה איך ווי משה פנחס קומט צו גיין מיט שנעלע טריט און איך זעה ווי אין איין האנט האלט ער זיין גלאז מיט די גרייטע קאווע אינעווייניג און אין די אנדערע האנט האלט ער א פאום קאפ מיט צוקער אינעווייניג. נאך פאר איך האב אפילו געהאט א געלעגנהייט איהם צו פרעגן פארוואס ער האט נישט אריין געמושט די צוקער באלד פון פריער, גיבט ער שנעל א גיס אריין די קאווע פון די גלאז אריין צו די פאום קאפ.. יעצט מוזט איר פארשטיין חשובע ליינער: אז די שולן פאום קאפס זענען נישט מער ווי 7-8 אונסעס, אבער די גלאזענע קאפס ווידער, זענען 10 אונסעס אדער מער... פארשטייט איר שוין אליין אז דא האבען זיך מיטאמאל איך און די אנדערע צוויי בחורים פון די טיש שנעל געגעבן א שפרינג אויף צוזאמען מיט די גמרא'ס אין די הענט... ווייל ס'איז באלד דארט געווארען א ים הגדול מיט א קריעת ים סוף צוזאמען...

נו אז ס'גיסט דארף מען דאך ברענגען טישאס... גיבט צו מיר דער חכם באלד א שריי: אוי!!! די קאווע האט זיך אויסגעגאסען! ווי נאר כאילו אליהו הנביא איז עפעס דא אריינגעקומען צו שפוך חמתך און אויסגעגאסען די קאווע... און שנעל גיבט ער א לויף און א קום צוריק מיט א ראל טישאס אין די האנט (די ראלס וואס ליגען אין די בה''כ) און מיט איין מאל גיבט ער א שיס אויס דעם גאנצען ראל.. אזוי אז די ראל האט זיך גענימען קאלערען ביז צו דעם משגיח'ס פלאץ ועד בכלל... און דא מעג זיך אפילו נישט די משגיח בייזערן, ווייל דא האט דאך משה פנחס גארנישט שלעכט געטוהן נאר בלויז געוואלט אפווישען די ים מיט קאווע...

כ'מיין איר פארשטייט שוין אביסעל ווער דער משה פנחס איז.. איז לאמיר אביסעל אריין גיין מסביר זיין וואס מיין צוגאנג איז געווען צו אים. נאך די מעשה מיט די קאווע האב מיך גלייך יענעם טאג פארבינדען מיט א פראפעסיאנעלער טעראפיסט, און דורך דעם שמועס בין איך צוגעקומען צו גאר א איטערסאנטע זאך. דער טעראפיסט האט מיך געפרעגט - בתוך הדברים - צו משה פנחס קען מאָלן, און איך בין געווען שאקירט אז ער האט מיך געפרעגט די שאלה, ווייל נישט נאר האט ער געקענט מאלן, נאר ער פלעגט מאלן הערליכע בילדער. איז די מהלך געווארן אויסגעארבייט ביי יענע טעלעפאן קאל אז איך וועל אפיציעל הייסען משה פנחס בשעתן לערנען צו מאלן א בילד פון די נושא הגמרא. און - מיט וואונדער - האט עס גאר שטארק גוט געארבעט. און ער פלעגט פון דעמאלטס אן 'פאר לענגער' (ער פלעגט דאך פון מאל צו מאל ווייטער ארויס שפרינגען פון די הויט..) קענען איינזיצען אוף איין פלאץ בשעת איך האב געלערענט מיט אים.

די הסבר איז פשוט. ווייל וויבאלד - ווי באקאנט - האט ADHD גאר א שטארקע עטענטשאן ספען - נאך אפילו שטערקער ווי א געווענדליכע מענטש - אויף זאכן וואס ער האט א חשק צו, און ממילא, היות משה פנחס האט זייער שטארק ליעב געהאט צו מאלן, פלעג איך אים דורך דעם גוט אריינשלעפן אין דעם לערנען. און דורך דעם גוט אריינגעשלעפט ביז טיף און די סגיות הגמרא'ס אריין.

בילד: מיין ADHD עקספיריענס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל