וואשינגטאן – די פירמע וועלכע האט צוזאמגעשטעלט די קאנטראווערסיאלע "טראמפ דאסיע" זאגט אז זי וועט נישט אויספאלגן א סובפינע פון דער קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע און וועט נישט אראפקומען אויפטרעטן פאר א פארהער. די "טראמפ דאסיע" איז א באריכט וואס די אמעריקאנער פאליטישע פארשונג פירמע "פיוזשען דזשי פי עס" האט צוזאמגעשטעלט, מיט דער הילף פון א געוועזענעם בריטישן שפיאן קריסטאפער סטיעל, וואס אין דעם באריכט ווערט באשולדיגט אז די רוסישע רעגירונג האט גאר האקעלע און פארשעמנדע אינפארמאציע קעגן פרעזידענט טראמפ. אנטי-טראמפ אקטיוויסטן פארפירן אז דער אינהאלט פונעם דאסיע צייגט אז די רוסן קענען קאנטראלירן טראמפ, אז ער זאל טאן וואס זיי ווילן, דורכ'ן אים סטראשען אז זיי וועלן פובליצירן די נעגאטיווע אינפארמאציע קעגן אים, אבער אין די לעצטע פאר וואכן האבן די רעפובליקאנער אנגעהויבן שרייען אז עס איז מעגליך אז די גאנצע דאסיע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך רוסלאנד, צו טשעפען און דערשרעקן טראמפ. "פיוזשען דזשי פי עס" וויל נישט ארויסגעבן ווער עס האט איר באצאלט און ארויסגעהאלפן צוזאמצושטעלן דעם דאסיע, און נעכטן האט זי געזאגט אז זי וועט איגנארירן א קאנגרעס פארלאנג פאר א פארהער.

בילד: טראמפ דאסיע ווידער אויפן אויבנאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל