וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט זיך נעכטן אראפגעזעצט מיט פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז, אין א פארזוך אויסצוגלייכן זייערע דיפערענצן און שטעלן א וויזיע פאר די קומענדיגע מאנאטן. מעקאנעל און טראמפ זענען געווען אין א שטיקל קאלטע קריג אין די לעצטע פאר מאנאטן, נאכדעם וואס טראמפ האט באשולדיגט מעקאנעל אינעם דורכפאל פון די סענאט רעפובליקאנער דורכצופירן א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר, און טראמפ האט אפילו געלאזט פאלן ווערטער אז ער האלט אז מעקאנעל דארף ארויסגעווארפן ווערן פון זיין פירערשאפט פאזיציע. למעשה זענען די צוויי געזעסן נעכטן פאר א לענגערן שמועס אין ווייסן הויז, און נאכדעם האבן זיי אפגעהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ, וואו טראמפ האט געזאגט אז זייער פריינטשאפט איז גאר שטארק און זיי האבן אינאיינעם פארשפראכן אויפצוטאן גרויסע זאכן אויפ'ן פראנט פון שטייער רעפארם און אבאמאקעיר.

בילד: טראמפ און מעקאנעל זיצן אין ווייסן הויז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל