ווארשא – פוילן'ס קולטור מיניסטער האט אויסגעדרוקט שטארקע אויפברויז קעגן דעם אייראפעאישן היסטאריע מוזעאום, איבער'ן וועג וויאזוי זיי ברענגען ארויס פוילן'ס ראלע ביים צווייטן וועלט קריג. מיניסטער פיטער גאלינסקי זאגט אז דער אייראפעאישער היסטאריע מוזעאום, וועלכע איז באזירט אין בריסל, בעלגיע, ברענגט ארויס אז אוקראינע, פראנקרייך און פוילן זענען אלע געווען מיטשפילער און מיטהעלפער צו די נאצישע רציחות ביים האלאקאוסט.

גאלינסקי זאגט אז אין פראנקרייך איז טאקע געווען דער פרא-נאצי ווישי רעזשים און אויך אין אוקראינע זענען געווען די לאקאלע נאצי קאלאבארירער, אבער אין פוילן איז נישט געווען קיין אפיציעלע רעגירונג אויטאריטעט וועלכע האט ארויסגעהאלפן די נאציס מיט זייערע רציחות און מאסן מארדן קעגן אידן. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס פוילן ברויזט איבער דעם וואס מען פארבינדט זייער לאנד און זייער היסטאריע מיט די שרעקליכע ברוטאליטעטן פון די נאציס ימ"ש, און זיי קעמפן צו פארווישן און פארמעקן דעם שווערן פלעק.

בילד: פוילן ברויזט שוין ווידער איבער האלאקאוסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל