בארא פארק – א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן מאנטאג פארטאגס אין אן אפארטמענט געביידע אויף דער 49'סטע גאס אין בארא פארק, וואו עטליכע דירות זענען פארכאפט געווארן אין פלאמען, און דאס פייער האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט, איבערלאזנדיג עטליכע פארוואונדעטע, אריינגערעכנט א אידישע פרוי אין א קריטישן צושטאנד. דאס פייער האט זיך אנגעהויבן אויף דעם צווייטן שטאק, און האט זיך פארשפרייט אויף ארויף צו די העכערע שטאקן, און באלד זענען די פייערלעשער אנגעקומען און א קראפט פון 135 פייערלעשער האבן געארבעט 90 מינוט צו באקומען קאנטראל אויפ'ן פייער. אלעס אינאיינעם זענען דרייצן פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט 4 פייערלעשער, נאר רוב האבן געליטן ממש מילדע וואונדן, אויסער א אידישע פרוי וועלכע איז געבליבן פארכאפט אין א צימער אין איר דירה, און ווען מ'האט איר ארויסגעשלעפט פונעם פייער, איז זי געווען באוואוסטלאז אין א קריטישן צושטאנד. זי געפינט זיך אין שפיטאל פאר באהאנדלונג און מ'ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת דניאלה אהובה בת מרים. א אידישע פאמיליע איז אויך געבליבן אנע דאך איבער'ן קאפ צוליב'ן פייער, און א קאמפיין גייט אן, זיי ארויסצוהעלפן.

בילד: אידישע פרוי פארוואונדעט אין ברוקלין פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל