קוויבעק – א דראון און א פליגער האבן זיך צוזאמגעשטויסן העכערן דזשאן לאסאזש לופטפעלד אין קוויבעק, קאנאדע. דער אינצידענט האט פאסירט ווען א קליינע פליגער פון די "סקיי דזשעט" עירליין, האט אנגעהויבן לאנדן אינעם לופטפעלד, ווען דער קליינער דראון איז געפארן גאר נאענט דערצו און האט זיך צוזאמגעשטויסן. דער פליגער האט געלאנדעט זיכערערהייט און ס'האט גארנישט פאסירט צו די אכט מענטשן וועלכע האבן זיך געפונען דערויף, אבער קאנאדישע טראנספארטאציע אויטאריטעטן האבן פארארדענט א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער ס'האט געפירט דעם דראון. דער צוזאמשטויס איז די סאמע ערשטע מאל וואס ס'פאסירט אין צפון אמעריקע אז א דראון און א פליגער זאלן זיך צוזאמשטויסן, און די אמעריקאנער פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע זאגט אז טראץ באריכטן פון פילע אזעלכע פעלער, האט זי דערווייל נישט באשטעטיגט קיין איין אזא אינצידענט אין די פאראייניגטע שטאטן.

בילד: דראון-פליגער צוזאמשטויס אין קאנאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל