קאראקאס – נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן לאקאלע וואלן אין ווענעזועלע, און די סאציאליסטישע פארטיי פון פרעזידענט ניקאלעס מאדוראו האט באוויזן צו געוואונען א מערהייט פון גאווערנאר זיצן. די פארמעסטן זענען פארגעקומען אין אלע 23 ווענעזועלער שטעט, און די מאדוראו-אפאזיציע האט געהאפט אריינצושטעלן וואס מער פון זייערע קאנדידאטן אלס גאווערנארס, צו קענען באקעמפן דעם מאדוראו רעזשים, און אנקעטעס האבן טאקע פאראויסגעזאגט שטארקע געווינסן פאר די אנטי-מאדוראו גאווערנאר קאנדידאטן. למעשה האבן די סאציאליסטישע פרא-מאדוראו קאנדידאטן געוואונען די גאווערנאר זיצן אין 17 פון די 23 שטעט, וואס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס שאק ביי דער אפאזיציע. די אפאזיציע פירער זאגן אז זיי אקצעפטירן נישט די וואל רעזולטאטן און ווילן אן אויספארשונג צי עס זענען פארגעקומען פעלשערייען. די אפאזיציע האט אויך פונדאסניי אנגעהויבן ארגאניזירן פרישע מאסיווע נאציאנאלע פראטעסטן.

בילד: מאדורא פארטיי געווינט אין ווענעזועלע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל