פּיאנגיענג – דער צפון קארעאר רעזשים האט נעכטן רעאגירט צו דעם וואס דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט געזאגט, אז אמעריקע איז גרייט פאר א דיפלאמאטישע שליכטונג ביז ווילאנג די ערשטע באמבע פאלט, זאגנדיג אז צפון קארעא איז דערווייל נישט גרייט זיך אראפצוזעצן פאר דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט אמעריקע, ביז ווילאנג זי אנטוויקלט נישט קיין פולקאמע באמבע וועלכע קען גרייכן דעם מזרח בארטן פון די פאראייניגטע שטאטן.

צפון קארעא האט אין א פרישן סטעיטמענט אויך געסטראשעט אירע ארומיגע לענדער, אז זיי זאלן זיך נישט אנשליסן אין א מיליטערישער קאאליציע מיט דעם אמעריקאנער מיליטער, זאגנדיג "אויב איר שטעלט זיך נישט צו צו אמעריקע, זענט איר פארזיכערט מיט אייער עקזיסטענץ".

די שארפע ווערטער קומען אין דער זעלבער צייט וואס אמעריקע און דרום קארעא האבן אנגעהויבן 5 טעג פון מיליטערישע טרענירונגען אין וואסער נעבן קארעא, מיט פליגערס, העליקאפטערס און פערציג שיפן און סובמארינען.

בילד: פרישע ערנסטע סטראשע פון צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל