באגדאד – א פרישע דראמא אנטוויקלט זיך אינעם מיטל מזרח, וועלכע שטעלט א געפאר צוריקצואווארפן איראק אין טאטאלן כאאס און אין א בירגער קריג צושטאנד, נאכדעם וואס דאס איראקער מיליטער האט נעכטן דורכגעפירט א סורפרייז איבערפאל אויף דער קורדיש-קאנטראלירטער שטאט קירקוק, און דארטן פארכאפט קאנטראל, אלס נקמה אויף דעם וואס די קורדן האבן אפגעהאלטן א רעפערענדום צו דערקלערן זייער ראיאן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד, אפגעריסן פון איראק.

דער סורפרייז מיליטערישער איבערפאל אויף קירקוק, האט געברענגט אז טויזנטער קורדן האבן געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארטן, מורא האבנדיג צו ווערן פארכאפט אינמיטן די מיליטערישע שלאכטן, און מ'האט טאקע געהערט סטעיטמענטס פון דער אמעריקאנער רעגירונג, וועלכע האט גערופן צו ביידע זייטן פונעם קאנפליקט צו נעמען אין אכט אז מ'מוז היטן די לעבנס פון די ציווילע, און דאס אמעריקאנער מיליטער האט ספעציפיש געווארנט ארויסצוצייגן איינגעהאלטנקייט, אז ס'זאל זיך נישט אנטוויקלען א פולקאמע ראיאנעלע קריזיס.

בילד: איראקער ארמיי שטורעמט און פארכאפט קורדישע שטאט קירקוק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל