כארקיוו – אן ערנסטע שרעק איבער איסלאמישע טעראר, איז אנטשטאנען נעכטן אין כארקיוו, אוקראַינע, ווען א קאר האט ווילדערהייט אריינגעקראכט אין פיסגייער אויף א סיידוואלק. דער אינצידענט האט פאסירט אין צענטער פון כארקיוו, ממש געציילטע געביידעס אפגערוקט פון וואו עס געפינט זיך די גרעסטע שוהל און אידישער צענטער אין דער שטאט, ווען דער דרייווער האט אראפגעקלאפט איבער צען מענטשן, פון וועלכע 5 זענען אומגעקומען אויפ'ן ארט, און עטליכע אנדערע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל שווער פארוואונדעט. מען האט קודם געקלערט אז עס האנדלט זיך פון אן איסלאמישע טעראר אטאקע, וואס אוקראַינע זעט זעלטן איסלאמישע טעראר אקטיוויטעטן, אבער פאליציי האבן שפעטער געזאגט אז ס'איז בלויז געווען א שיכור'ער דרייווער, וועלכער איז טאקע שפעטער ארעסטירט געווארן.

זעה ווידיא

בילד: טעראר שרעק מיט קאר קראך אין אוקראַינע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל