שפאניע – די רעטאריק צווישן די רעגירונג אין קאטאלאניע און שפאניע האט זיך נעכטן זייער פארשארפט. קאטאלאניע איז דער ראיאן וועלכע איז טיילווייז זעלבסטשטענדיג אונטער שפאניע, און האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשטימט זיך צו דערקלערן גענצליך זעלבסטשטענדיג. למעשה האט שפאניע פרובירט צו בלאקירן דעם רעפערענדום איבער זעלבסטשטענדיגקייט, אבער קאטאלאניע האט איגנארירט די פרואוון און האט סייווי אפגעהאלטן דעם רעפערענדום. שפאניע סטראשעט אצינד אז אלס נקמה קעגן דעם רעפערענדום, וועלן זיי אוועקנעמען די ביסל זעלבסטשטענדיגקייט וואס קאטאלאניע האט ביז יעצט געהאט, און נעכטן האט מען געהערט א קאנטער-סטראשע פון קאטאלאניע, אז אויב וועט שפאניע דאס טאקע טאן, וועט קאטאלאניע זיך אויף דער מינוט דערקלערן אלס אן אייגן לאנד און ניטאמאל זיצן פאר געשפרעכן.

אָפּדעיט:
שפאניע האט אויסגעפריט איר סטראשע, און האט היינט צופרי צוגענמומען די אוטאנאמיע פון קאטאלאניע. ווי אויך האט שפאניע געווארענט אז אויב קאטאלאניע וועט זיך דערקלערן אלס אן אייגן לאנד, וועט זי איבערנעמען זייער רעגירונג.

Image result for CATALONIA

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל