פראנקרייך – אין די יעצטיגע טעג האט זיך אין פראנקרייך אנגעהויבן דער טעראר פראצעס אויף א מוסולמענער עקסטרעמיסט ביים נאמען אבדעלקאדער מערא, וועלכער ווערט באשולדיגט אויף הארבע טעראר קלאגעס, איבער דעם וואס ער האט צוגעשטעלט פארשידענע הילף פאר זיין ברודער מוכאמעד מערא, דער ברוטאלער איסלאמישער טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט די שוידערליכע טעראר אטאקע פארנט פון דער 'אוצר התורה' שולע אין טולוז, פראנקרייך, וואס האט געקאסט די לעבנס פון 4 אידן, הי"ד.

דער 35 יעריגער אבדעלקאדער מערא, ווערט באשולדיגט אין אקטיוו ארויסהעלפן זיין יונגערן ברודער דורכפירן די אטאקע, צושטעלנדיג "לאגיסטישע הילף" אינאיינעם מיט'ן פארשוין פאטא מאלקי, וועלכער איז אויך ערשינען אין געריכט און מאלקי האט זיך שוין א צייט צוריק דערקלערט שולדיג אין צושטעלן דעם רעוואלווער און בולעט-פרוף קליידונג פאר מערא, אבער מאלקי זאגט אז ער האט נישט געוואוסט פון מערא'ס ברוטאלע פלענער.

אבדעלקאדער שטייט אויס א לעבנסלענגליכן טורמע טערמין.

בילד: פרישער פראצעס איבער טולוז-אוצר התורה אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל