באלטימאר — אידישע פאמיליעס אין באלטימאר, וועלכע שיקן זייערע קינדער צו די לאקאלע אלגעמיינע שולעס, דרוקן אויס זארג איבער דער מעגליכקייט אז די שולעס וועלן קומענדיגן ראש השנה און יום כיפור זיין געהעריג אפן, נאכדעם וואס די שולע באאמטע האבן געזאגט אז זיי ווילן א טויש אינעם סקעדזשועל. די באלטימאר שולע באאמטע זאגן אז זיי מוזן זיך צושטעלן צו נייע מערילאנד סטעיט געזעצן און רעגולאציעס, וועלכע פארלאנגען אז אלע שולעס לענגאויס די סטעיט מוזן זיין אפן מער טעג ווי ביז היינט, אויב ווילן זיי ווייטער געניסן פון סטעיט געלטער, און ראש השנה און יום כיפור ווערן באטראכט אלס טעג וואס א מערהייט סטודענטן וועלן ווייטער קענען קומען געהעריג אין די סקולס.

ארטאדאקסישע אידן אין באלטימאר זאגן אז דערווייל איז נישט קלאר צי די נייע פארארדענונגען וועלן אפעקטירן אויך אידישע מוסדות וועלכע באקומען פארשידענע רעגירונג הילף, און צי זיי וועלן ח"ו זיין געצווינגען צו טרעפן טעג וואס זיי וועלן מוזן האלטן אפן די מוסדות און מיידל שולעס אין יום טוב טעג – א זאך וואס זיי פארשפרעכן צו באקעמפן אויפן שטארקסטן פארנעם.

בילד: באלטימאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל