וואשינגטאן. – עס זענען אנטשטאנען פרישע באשולדיגונגען אז דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי האט דירעקט געזוכט ריינצואוואשן פרוי קלינטאן פון איר אימעיל אויספארשונג, נאכדעם וואס די עף-בי-איי האט די וואך פובליצירט עטליכע דאקומענטן, און צווישן אנדערן זעט מען אז קאומי האט שוין געהאט צוגעגרייט א דאקומענט צו דערקלערן פרוי קלינטאן אומשולדיג, לאנגע מאנאטן איידער די אויספארשונג איז אפילו געווען פארטיג.

אין ליכט פון דער נייער אויפדעקונג, אז קאומי האט זיך שוין געהאט געגרייט ריינצואוואשן קלינטאן נאך איידער די גאנצע אויספארשונג איז בכלל געווען פאראיבער, האט פרעזידענט טראמפ באנייעט זיינע אטאקעס קעגן דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר, אנצייגנדיג אויפן פאקט אז קאומי האט ביי זיין פארהער אינעם סענאט, אונטער שבועה, געזאגט אז ער האט נישט געהאט צוגעגרייט אזא דאקומענט, און דא זעט מען ווי ס'איז געווען א ליגנט.

טראמפ האט אויף טוויטער גערופן אז די יוסטיץ דעפארטמענט זאל עפענען אן אויספארשונג קעגן קאומי.

בילד: פרישע באשולדיגונגען קעגן דזשעימס קאומי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל