וואשינגטאן – טראמפ׳ס געוועזענער ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר, שאן ספייסער, איז שוין אויסגעפארשט געווארן דורך ראבערט מוללער אלס טייל פון דער רוסלאנד אויספארשונג. עס איז געווען צו דערווארטן אז ספייסער וועט זיין צווישן די געוועזענע ווייסע הויז איינגעשטעלטע פון וועמען מוללער וועט וועלן הערן פארשידענע זאכן, און ספייסער איז טאקע אויסגעפארשט געווארן די וואך מאנטאג, און די אויספארשונג האט אנגעהאלטן א גאנצן טאג. מוללער און זיינע געהילפן האבן בעיקר אויסגעפארשט ספייסער איבער דעם וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון די עף–בי–איי, און איבער טראמפ׳ס אוועל אפיס זיצונג מיטן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק.

בילד: שאן ספייסער שוין אויסגעפארשט דורך מוללער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל