לאס וועגאס – א זיכערהייט וועכטער פונעם מענדעלעי האטעל האט נעכטן אויפגעטרעטן פאר דער פרעסע, און ער האט איבערגעגעבן מער דעטאלן איבער דער שוידערליכער מאסן שיסעריי פארגאנגענעם אקטאבער 18. ער האט פארציילט אז ער איז גערופן געווארן צום 32'טן שטאק, ממש איידער די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן, נאך א באריכט אז אן עמורדזשענסי טיר איז בלאקירט. אנקומענדיג האט ער געזען עמעצן, ווארשיינליך דער שיסער, בלאקירן די טיר מיט א שטיק מעטאל, דאן האט ער געהערט דרילערייען, ווי עמיצער דרילט אין דער וואנט אריין. נאך בעפאר ער האט זיך געקענט אריענטירן האט א שטראם פון קוילן גענומען פליען אינעם קארידאר, און ער האט אריינגעכאפט עטליכע קוילן אין די פיס. ער האט זיך אבער שנעל אוועקגעבויגן, און האט קוים אויסגעמיטן די פליענדיגע קוילן. ער האט דאן גערופן די עמוירדזשענסי לייט. געציילטע מינוטן שפעטער האט דער פארברעכער, סטיפען פעדאק, א 64 יעריגער געמבלער, אנגעהויבן שיסן אויף די מאסן אראפ. דער זיכערהייט וועכטער ערהוילט זיך יעצט פון זיינע וואונדן.

בילד: וועכטער דערציילט איבער לאס וועגאס שיסעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל