פלארידע – אן אמעריקאנער עיר-פארס סאלדאט, וועלכער איז פארשוואונדן געווארן זייענדיג אויף דינסט, איז געפינען געווארן איצטערט, 40 יאר שפעטער, לעבנדיג אין פלארידע מיט זיין פאמיליע אונטער א פאלשן נאמען און א פאלשן אידענטיטעט.

דער 64 יעריגער דזשעפרי מייקלס (Jeffrey Michels), איז פארשוואונדן געווארן פונעם מיינאט עירפארס באזע אין נארט דאקאטע, אין יולי 977'. ער איז געפונען געווארן פארגאנגענע וואך לעבנדיג אונטער א פאלשן נאמען, מיט זיין פרוי און קינדער, אין סענפארד, פלארידע, וואו ער האט זיך גערופן דזשעפרי לענטז, און האט אפילו געקויפט א דירה אויף דעם נאמען, און האט געהאט א לייסענסד קאנסטראקשאן קאמפאני.

ער איז אפירגענומען געווארן, און די פראקורארן האבן אים געוואלט אנקלאגן מיט דעזערטירן, אבער עס איז שוין אויסגעלאפן דער סטעטשו אוו לימיטעישאנס אים אנצוקלאגן. אנשטאט איז ער פארמאל צוריקגעשלעפט געווארן צום מיליטער דינסט און איז דאן ארויסגעווארפן געווארן פונעם מיליטער מיט אן אומ'בכבוד'דיגן דיסטשארדזש.

בילד: אנטלאפענער זעלנער אפגעפונען נאך 40 יאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל