מאראווי – בלויז געציילטע טעג נאכדעם וואס אין סיריע האט אייסיס פארלוירן איר הויפטשטאט ראקא, האט די רעגירונג אין די פיליפינען דערקלערט אז עס איז זיי סוקסעספול געלונגען צו ברענגען אן ענדע צו דער באלאגערונג, וואס אייסיס מיליטאנטן האבן אנגעהאלטן אויפ'ן שטאט מאראווי. דאס פיליפינער מיליטער איז געווען פארמישט פאר נאענט צו א האלב יאר אין בלוטיגע שלאכטן מיט די אייסיס קעמפער אין מאראווי, און די ארטיגע איינוואוינער האבן געלעבט אונטער טויט שרעק, ביז למעשה איז געלונגען פאר דעם פיליפינער מיליטער ארויסצוטרייבן אלע אייסיס קעמפער פון דארטן. נעכטן האט מען אויך געהערט פון דער פיליפינער רעגירונג אז עס איז שטארק מעגליך אז א הויכראנגיקער איסלאמישער מיליטאנט פון מאלאזיע, ביים נאמען מוכאמעד אכמעד, איז געשטארבן ביי איינע פון די סאמע לעצטע קאמפן אין מאראווי.

בילד: פיליפינען כאפט צוריק שטאט פון אייסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל