וואשינגטאן – דער סקאנדאל ארום פרעזידענט טראמפ און די אמעריקאנער פאמיליעס, וועמענס קינדער שטארבן אלס זעלנער אין דעם אמעריקאנער מיליטער, האט נעכטן פריש אויפגעפלאקערט, נאכדעם וואס מען האט געהערט אז טראמפ האט זייער אומסענסיטיוו און קאלט גערעדט ווען ער האט טעלעפאנירט די מאמע פון א זעלנער וועלכער איז אומגעקומען אין א מיסיע אין נייגער, אפריקע, מיט עטליכע טעג צוריק.

טראמפ האט אנגעהויבן קאכן דעם סקאנדאל, ווען מען האט אים מאנטאג געפרעגט פארוואס זיין אדמיניסטראציע האט נאכנישט פובליצירט א סטעיטמענט איבער די עטליכע אמעריקאנער אומגעקומענע זעלנער ביי דער אפעראציע אין נייגער. טראמפ האט אנגענומען די פראגע אלס א באליידיגונג, זאגנדיג אז ער גייט טעלעפאנירן די פאמיליעס, צולייגנדיג אז דאס איז עפעס וואס זיינע פארגייער האבן קיינמאל נישט געטאן.

אין אנהייב האט מען בלויז אראפגעריסן טראמפ פאר'ן זאגן א ליגנט, ווען עס איז אנגעצייגט געווארן איבער פילע טעלעפאן קאלס וואס אבאמא און אנדערע געוועזענע פרעזידענטן האבן געמאכט צו פאמיליעס וועלכע האבן פארלוירן א קינד אין מיליטער, אבער למעשה האט מען דינסטאג שפעט ביינאכט געהערט אז ווען טראמפ האט שוין יא אנגערופן איינעם פון די עלטערן פון אן אומגעקומענעם זעלנער אין נייגער, האט ער גערעדט שטארק קאלט.

די דעטאלן פונעם געשפרעך זענען ארויסגעגעבן געווארן דורך די דעמאקראטישע פלארידע סענאטארשע, פעדעריקא ווילסאן, וועלכע האט געזאגט אז זי איז געווען אין קאר מיט די עלטערן בשעת טראמפ האט אריינגערופן דורכ'ן טעלעפאן, און די מאמע האט געמאכט אויף "ספיקער". די קאנגרעספרוי זאגט אז טראמפ האט זייער קאלט גערעדט און געזאגט פאר די מאמע אז איר זוהן "האט געוואוסט וואס ער שרייבט זיך איין צו טאן" ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין מיליטער.

די אויפדעקונג פון דער קאנגרעספרוי האט ארויסגערופן גרויס שאק און אויפברויז, און מען האט באלד געהערט שארפע פארדאמונג פון פילע פאליטישאנס, וועלכע האבן געזאגט אז טראמפ מוז זיך אנטשולדיגן פאר'ן רעדן אזוי אומסענסיטיוו. טראמפ האט זיך פרובירט צו פארטיידיגן און געזאגט אז די קאנגרעספרוי האט די גאנצע זאך זיך אליינס אויפגעטראכט און ער האט באווייזן אז ס'איז נישט אמת וואס זי זאגט. למעשה איז די מוטער פונעם זעלנער אליינס ארויסגעקומען און באשטעטיגט אז טראמפ האט טאקע געזאגט די קאלטע קאמענטארן.

בילד: סקאנדאל מיט טראמפ און מיליטערישע פאמיליעס פלאקערט אויף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל