ניו יארק – אויטאריטעטן אין ניו יארק און אין לאס אנדזשעלעס פארשן אויס א סעריע אנטיסעמיטישע בריוון וואס זענען געשיקט געווארן צו ביזנעסער וועלכע האבן אידישע אייגנטימער, אריינגערעכנט די באקאנטע "דיימאנד קאמפאני" דזשולערי געשעפט אין לאס אנדזשעלעס. די בריוון פארמאגן אלע א גרויסן האקנקרייץ און די ווערטער "מעיק אמעריקע גרעיט עגעין", וואס איז טראמפ'ס קאמפיין סלאגאן. אין א באזונדערער אנטוויקלונג, האט מען געהערט אז די אנטיסעמיטישע קו קלוקס קלען האט אויסגעשפרייט ראסיסטישע ליפלעטן אין פלארידע, מיט'ן ציל צו באקומען פרישע מיטגלידער. די ליפלעטן זענען אויסגעשפרייט געווארן אין דזשעקסאנוויל, פלארידע, און עס האט אנטהאלטן א טעלעפאן נאמבער און אנדערע מעסעדזשעס, מיט אינפארמאציע וויאזוי מען קען זיך אנשליסן אין די קו קלוקס קלען. די דזשעקסאנוויל שעריפס אפיס האט געזאגט אז זיי פארשן עס אויס.

בילד: אנטיסעמיטישע בריוון אויסגעפארשט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל