וואשינגטאן – די רעפובליקאנער און דעמאקראטישע סענאט פירער האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן געשלאסן אן אפמאך דורכצופירן א ביל וואס וועט צייטווייליג פאררעכטן א סעריע פראבלעמען מיט אבאמאקעיר, און ערלויבן אבאמאקעיר דערווייל צו פארבלייבן אין קראפט. דער דיעל איז אויסגעהאמערט געווארן דורכן רעפובליקאנער סענאטאר לאמאר אלעקסאנדער און דעמאקראטישע סענאטארשע פּעטי מאורי, און עס וועט צוריקשטעלן די "סובסידיע" געלטער פאר ארימע אמעריקאנער צו קענען קויפן העלט אינשורענס, און באזונדער וועט עס צוריקשטעלן 106 מיליאן דאלאר צו העלפן מענטשן גרינגער זיך איינצושרייבן אויף אבאמאקעיר. אין אויסטויש, האבן די דעמאקראטן נאכגעגעבן פאר די רעפובליקאנער אז מען וועט צושטעלן מער בויגזאמקייט פאר מענטשן איינצוקויפן מער סארט אינשורענס פלענער. דער דיעל טוט קלאר און דייטליך צוריקשטעלן די סובסידיעס וואס טראמפ האט פאריגע וואך אונטערגעשריבן אוועקצונעמען, אבער טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער שטיצט דעם דיעל און ער וועט עס אונטערשרייבן.

בילד: זעלטענער דיעל געשלאסן איבער אבאמאקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל