וואשינגטאן – א פאליטישע געפעכט איז אנטשטאנען צווישן דער אמטירנדער טראמפ אדמיניסטראציע, און באאמטע פון דער געוועזענער אבאמא אדמיניסטראציע, איבער אמעריקאנער זעלנער וועלכע שטארבן אויפ'ן שלאכטפעלד. פרעזידענט טראמפ איז מאנטאג אנגעפרעגט געווארן ביי א פרעסע קאנפערענץ, פארוואס ער האט נאכנישט פובליצירט קיין שום סטעיטמענט איבער די אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען געשטארבן אינמיטן סוכות ביי א מיליטערישער אפעראציע אינעם אפריקאנער לאנד ניגער, און טראמפ האט געזאגט אז ער פלאנירט צו טעלעפאנירן און שרייבן פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע זעלנער, באטאנענדיג אז אבאמא האט אזוינס קיינמאל נישט געטאן, און אויך אנדערע פרעזידענטן האבן עס נישט געטאן. דאס האט ארויסגערופן א שארפע רעאקציע פון געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע, וועלכע האבן אנגעהויבן פובליצירן בילדער און אנדערע באווייזן איבער די צענדליגער מאל וואס אבאמא האט זיך געטראפן מיט פאמיליעס פון אומגעקומענע זעלנער. האט טראמפ זיך פארענטפערט, אז ער האט בלויז נאכגעזאגט וואס מען האט אים איבערגעגעבן.

בילד: פאליטישע קריגעריי איבער טויטע זעלנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל