וואשינגטאן – קאנגרעסמאן טאם מארינאו, וועלכער איז געווען נאמינירט אנצופירן מיט דעם פעדעראלן "נאציאנאלע דראג קאנטראל פאליסי" אפיס, האט נעכטן זיך ארויסגעצויגן פון דער נאמינאציע, אין רעאקציע צו אן אויפדעקונג אז ער איז געווען פון די גרופע קאנגרעסלייט וועלכע האבן פאראויסגעשטופט א ביל וועלכע האט געמאכט גרינגער פאר פארמאסוטיקל פירמעס צו קענען פארשפרייטן און פארקויפן געפארפולע "אפיאיד" דראגס, וועלכע האט זיך אנטוויקלט אלס א נאציאנאלע קריזיס מיט צענדליגער טויזנטער אמעריקאנער וועלכע זענען צוגעבינדן צו די סארט מעדיצינען. פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז מארינאו ציט זיך ארויס פון דער נאמינאציע, אבער פון מארינאו זעלבסט האט מען גארנישט געהערט, און ער האט זיך בכלל אנטזאגט צו קאמענטירן אויף דער קאנטראווערסיע ארום דעם ביל וואס ער האט פאראויסגעשטופט. מען האט אויך געהערט נעכטן פון דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט, אז זיי וועלן איבערקוקן יענעם קאנטראווערסיאלן געזעץ און עס מעגליך אפשאפן.

בילד: דראג-באאמטער נאמינירטער ציט זיך ארויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל