האוואאי – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן בלאקירט די נייע טראוועל צוימונגען וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן מיט עטליכע וואכן צוריק. די טראוועל צוימונגען זענען געווען געשטעלט אויף בירגער פון איראן, ליביע, סיריע, תימן, סאמאליע, טשאד, ווענעזועלע און צפון קארעא, און איז שוין געווען די דריטע ווערסיע פון א טראוועל פארבאט, נאכדעם וואס די צוויי אנדערע האבן זיך געענדיגט מיט גארנישט – ווען די ערשטע איז דערקלערט געווארן אומלעגאל און די צווייטע איז אפגעלאפן נאך 90 טעג מיט א שוואכן אפעקט. אצינד האט דער פעדעראלער ריכטער דעריק וואטסאן פון האנאלולו, האוואאי, בלאקירט די נייע טראוועל צוימונגען, זאגנדיג אז ער וועט אין די קומענדיגע טעג ארויסשטעלן קלארע באווייזן וויאזוי די צוימונגען טוען פארלעצן פעדעראלע אימיגראציע געזעצן. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ריכטער וואטסאן בלאקירט די טראמפ אדמיניסטראציע'ס אימיגראציע שריט, האבנדיג נאך אין מערץ בלאקירט טראמפ'ס צווייטע-ווערסיע טראוועל פארבאט.

בילד: פעדעראלע טראוועל צוימונגען בלאקירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל