פלארידע – א "סטעיט אוו עמורדזשענסי" איז דערקלערט געווארן אין פלארידע, אין בעפארברייטונג צו דעם וואס דער פירער פון דער עקסטרעם-רעכטער "אלט-רייט" באוועגונג גייט געבן א רעדע אין אן ארטיגע אוניווערסיטעט די וואך דאנערשטאג. פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט אונטערגעשריבן די עמורדזשענסי דעקלעראציע, זאגנדיג אז די סטעיט באאמטע זענען באזארגט איבער די אומרוען, פראטעסטן און ראיאטן וואס די רעדע פונעם אלט-רייט פירער ריטשארד ספענסער, וועלכער גייט רעדן אין די "אוניווערסיטעט אוו פלארידע" אין שטאט געינסוויל, וועט ברענגען, אנצייגנדיג אויף וואס עס האט פאסירט אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען די אלט-רייט באוועגונג האט זיך דארטן פארזאמלט און עס האט זיך געענדיגט אין ווילדע געשלעגן און א טויטליכע קאר אטאקע.

גאווערנאר סקאט'ס שריט צו דערקלערן א סטעיט אוו עמורדזשענסי, טוט אקטיוויזירן די פלארידע נעשאנעל גארד זעלנער, און ספענסער און זיינע שטיצער שרייען אז דער גאווערנאר וויל אונטערדרוקן זיין קאנסטיטוציאנעלן רעכט אויפצוטרעטן מיט דער רעדע. גאווערנאר סקאט זאגט אז ער לאזט ווייטער ספענסער געבן זיין רעדע, אבער ער וויל פשוט אז די סטעיט איינוואוינער זאלן זיין פארזיכערט.

בילד: פלארידע עמורדזשענסי איבער "אלט-רייט"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל