אלבאני – גאווערנאר ענדרו קאומאו האט נעכטן געגעבן די גרינע-ליכט פאר דער "דזשענעראל מאטארס" קאר פירמע, אז זיי מעגן אנהייבן דורכפירן פראבעס מיט זעלבסט-דרייוונדיגע קארס אין די גאסן פון ניו יארק סיטי. די נייעס איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד ביי טעכנאלאגיע ליבהאבער, אבער אין ניו יארק סיטי האל איז דאס אויפגענומען געווארן מיט אויפברויז, ווען מען האט געהערט אז גאווערנאר קאומאו האט ניטאמאל זיך דורכגערעדט מיט ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא בעפאר'ן געבן דעם "אקעי" פאר דזשענעראל מאטארס. דעבלאזיא'ס ווארטזאגער עריק פיליפס האט נעכטן געזאגט אז די דעבלאזיא אדמיניסטראציע איז געוואויר געווארן פון דער אנטוויקלונג, ווען די מידיא האט באריכטעט איבער דעם, אבער סטעיט טראנספארטאציע באאמטע זאגן אז זיי האבן שוין פון אוגוסט אנגעהויבן צו געבן נאטיצן און אפדעיטס פאר די סיטי טראנזיט אויטאריטעטן איבער די פלענער. אצינד פארשפרעכט דעבלאזיא צו באקעמפן די אנטוויקלונג, זאגנדיג אז די סיטי איז נאכנישט גרייט פאר זעלבסט-דרייוונדיגע קארס.

בילד: זעלבסט-דרייוונדיגע קארס אין ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל