ניו יארק – גרויס דראמא האט זיך נעכטן אפגעשפילט, ווען א קו האט באשלאסן צו גיין אויף א שפאציר אין די גאסן פון ברוקלין... לויט ווי די ניו יארק סיטי פאליציי האט איבערגעגעבן, איז די קו אנטלאפן פון א שלאכטהויז אויף דער פערטער עוועניו נעבן דער זעכצנטער סטריט אינעם פארק סלאופ געגנט, און די קו איז געלאפן ביז "פראספעקט פארק", וואו עס האט פשוט געוואלט א געשמאקן נאכמיטאג פארברענג... די ניו יארק סיטי פאליציי'ס "עמורדזשענסי סערוויסעס יוניט" האט רעאגירט צו דער סצענע און האט נאכגעפאלגט די קו, וועלנדיג זיכער מאכן אז עס שעדיגט נישט קיין מענטשן און אז עס גייט נישט ארויף אויף שאסייען, היות א צוזאמשטויס צווישן א קו און א קאר קען זיין א גאר ערנסטע זאך. עס איז געווען מאדנע וויאזוי די ניו יארקער מידיא האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם געשעעניש און געקאכט דערפון א גאנצע קאשע, אריינברענגענדיג העליקאפטערס נאכצופאלגן די באוועגונגען פון דער קו פון דער לופטן, מיט נאכאנאנדע אפדעיטס און אנאליזירונגען... עווענטועל האבן פאליציי אפיצירן געשאסן די קו מיט אן איינשלעף קויל, און עס וועט געפירט ווערן צו א פארם אין ניו דזשערסי.

בילד: ווען א קו כאפט א שפאציר אין ברוקלין...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל