אייאטאלע חאמינאי, דער הויפט גייסטליך און פאקטישער פירער פון איראן, האט זיך באצויגן צו די לעצטע דעקלעראציע פונעם פרעזידענט אז ער קלערט צו ארויסציען אמעריקע פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן וואס איז געשלאסן געווארן אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע, און האט דערקלערט אז אויב אמעריקע וועט נישט זיין פארפליכטעט צום אפמאך דאן וועט איראן אויך זיך ארויסציען פונעם אפמאך, אדער אין זיינע ווערטער ״עס צורייסן אויף שטיקלעך״ און באנייען דעם נוקלעארן פראגאם מיט׳ן פולן אימפעט. ער האט אין די רעדע פארשפראכן אז איראן האט נישט וואס צו פארלירן פונעם זיך ארויסציען פונעם אפמאך, און וועט איבערקומען פרישע אמעריקאנער סאנקציעס, אבער האט גלייכצייטיג געזאגט אז איראן וועט נישט זיין די ערשטע צו פארלעצן דעם אפמאך און ווילאנג אמעריקע איז פארפליכטעט דערצו וועט איראן אויספירן אירע פארפליכטונגען אונטער דעם אפמאך.

בילד: איראן זאגט אז זי ווען ״צורייסן אויף שטיקלעך״ דעם אפמאך אויב אמעריקע ציהט זיך ארויס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל