לאס אנדזשעלעס – גרויסע אמעריקאנער ריעל עסטעיט פירמעס זאגן, אז זיי הייבן אן זען מער און מער פארלאנגען פון אינוועסטירער וועלכע ווילן קויפן ריעל עסטעיט און באצאלן מיט די אינטערנעט וואלוטע "ביטקוין". בען שאוואל, פון דער "מאגנום ריעל עסטעיט גרופע", זאגט אז ביי עטליכע פון זיינע לעצטע דעוועלאפמענטס, אריינגערעכנט א גרויסע געביידע אין לאוער איסט סייד אין מאנהעטן, וואו מ'וועט קענען קויפן אפארטמענטס פאר צווישן 700 טויזנט דאלאר און 1.5 מיליאן דאלאר, האט ער שוין געהאט עטליכע אנפראגעס פון מענטשן וואס האבן געוואלט קויפן און באצאלן מיט ביטקוינס.

שאוואל זאגט אז ער אקצעפטירט די סארט וואלוטע, וויבאלד ער פארקויפט עס דערנאך אויפ'ן אינטערנעט און שאפט דערפון געהעריגע געלט, אבער ער ווייסט פון אנדערע גרויסע ריעל עסטעיט פירמעס וועלכע טוען דערווייל נישט געטרויען קיין מענטשן וואס ווילן קויפן מיט ביטקוינס, מורא האבנדיג אז די גאנצע זאך וועט קראכן. שאוואל זאגט אז דאס וואס מען הערט אז מענטשן זוכן צו באצאלן ריעל עסטעיט מיט ביטקוינס, איז א גוטער צייכן פאר דער ריעל עסטעיט מארקעט אין אמעריקע, ווייל עס צייגט אז יונגערע אמעריקאנער ווערן פאראינטערעסירט אין ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס, היות נאר יונגערע זענען פארנומען מיט ביטקוינס, נישט קיין מיטליעריגע אדער עלטערע.

בילד: ריעל עסטעיט מארקעט און ביטקוינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל