אין ליכט פון די גרינדונג פון די ניי געפארעמטע פאלעסטינער רעגירונג, א אחדות רעגירונג צווישן די פארשידענע קריגערישע פראקציעס אינערהאלב די פאלעסטינער געזעלשאפט האט די מדינת ישראל רעגירונג נעכטן אפגעווארפן די לעגיטימיטעט פון די נייע רעגירונג און געזאגט אז זי וועט נישט פארהאנדלן מיט איר ווילאנג די חאמאס טעראר ארגאניזאציע איז א טייל פון די פירערשאפט. 

די שטעלונג פון מדינת ישראל איז אין קעגנזאץ פון די פאזיטיווע רעאקציע אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, אריינגערעכנט אמעריקע וועלכע האבן באגריסט די נייע רעגירונג, און די מדינת ישראל רעגירונג האט גענומען די שטעלונג פון די עקסטרעם רעכטע פראקציעס אין איר קאאליציע וועלכע האבן דאס פארלאנגט.

אין אנדערע נייעס האט מען נעכטן געהערט שארפע פארדאמונגען איבער די וועלט קעגן א פרישע באשטעטיגונג פון די מדינת ישראל רעגירונג פאר די קאנסטרוקציע פון טויזנטער פרישע הייזער אין די זידלונגען אין די מערב ברעג, די אייראפעישע פאראיין האט אין איר סטעיטמענט געזאגט אז אזא שריט טוט אונטערמינעווען די מעגליכקייט פאר א צוקונפטיגע לעזונג צו די מדינת ישראל פאלסטינער פראבלעם, און צייגט אז מדינת ישראל נעמט נישט ערנסט דעם שלום פראצעס.

אינטרעסאנט איז געווען אז די טראמפ אדמניסטראציע האט זיך צוגעשטעלט צו די פארדאמונגען, און די פעלקער פאראיין פארשטייערין ניקי העילי האט געזאגט אז די אדמינסטראציע האפט אז די מדינת ישראל רעגירונג וועט צוריקטרעטן פון דעם באשלוס וואס שטערט פאר די שלום פארהאנדלונג.

בילד: מדינת ישראל אנטזאגט זיך צו פארהאנדלען מיט נייע פאלעסטינער רעגירונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל