נאך פילע שפעקולאציעס איבער זיין שטעלונג האט דער אריזאנע סענאטאר דשאן מ׳קעין נעכטן געמאלדן זיין שטיצע פאר די בודשעט פארשלאג וואס ליגט יעצט אויפ׳ן טיש, דאס טוט ווארשיינליך פארזיכערן אז די בודשעט פארשלאג מיט די ראדיקאלע שטייער שניטן וועט ווערן באשטעטיגט אין סענאט מיט איינזייטיגע שטיצע פון אלע רעפובליקאנער געזעצגעבער. די אפשטימונג די וואך איז די ערשטע אין א רייע שריט וואס דארף גענומען ווערן צו אויספירן די געפלאנטע שטייער רעפארם אויף וועלכע דער פרעזידענט האט אנאנסירט.

די יעצטיגע אפשטימונג טוט בלויז ארויסלייגן די בודשעט פריאריטעטן, אבער עס טוט פלאסטערן דעם וועג אז א צוקונפטיגע אפשטימונג איבער די 1.5 טריליאן דאלער אין שטייער שניטן דורכאויס די קומענדיגע צען יאר זאל דארפן האבן די שטיצע פון בלויז 50 סענאטארן - און נישט 60 ווי עס פאדערט זיך געווענליך פאר אזעלכע סארט רעפארמען - וואס באדייט אז מען וועט עס קענען דורכפירן אן קיין שטיצע פון די דעמאקראטן.

מ׳קעין האט געזאגט אז ער האט געוויסע קריטיק אויף די יעצטיגע בודשעט, אבער ער וועט פארט שטימען מיט די פארטיי און שפעטער אדרעסירן די פראבלעמען. טראץ די געווינס איז עס נאך א לאנגע וועג ביז מען קען פאקטיש זען א נידערונג אין שטייערן, די רעפובליקאנער האבן דערווייל נאכנישט געשריבן א דעטאלירטע פארשלאג איבער וויאזוי צו דעקן די מאסיווע לאך וואס די טריליאנען דאלער אין שטייער שניטן וועלכע שאפן אין די פעדעראלע דעפעציט.

בילד: רעפובליקאנער האבן ווארשיינליך גענוג שטימען צו דורכפירן שטייער רעפארם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל