דער פרעזידענט האט היינט אינדערפרי זיך גענומען פון פריש צו צימבלען דעם געוועזענעם עף-בי-איי הויפט וועמען ער האט אויפגעזאגט פון אמט, אנגעבנדיג אז ער האט שוין געפאסט זיין באשלוס צו ריינוואשן הילערי קלינטאן לאנג בעפאר די אויספאשונג איז געווען פארפולקאמט. די סעריע פון טוויטס טוט זיך באציען צו פרישע דאקומענטן פון די יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע צייגן אז דער עף-בי-איי הויפט האט שוין אנגעהויבן פאָרשרייבן זיינע באמערקונגען איבער די אויסגאנג פון די אויספארשונג עטליכע מאנאטן פאר די אויספארשונג איז געקומען צו אן ענדע, און איז שוין דעמאלטס געווען ביי די מיינונג אז די אויספארשונג וועט זיך ענדיגן אן קיין קרימינאלע קלאגעס.

די נאטיצן וואס קאומי האט פארשריבן איז געווען פאר די ציל פון דיסקוטירן מיט זיין שטאב די באמערקונגען וואס ער וועט מאכן אין די עפנטליכקייט, ביי די צייט וואס ער האט עס געשריבן האט די עף-בי-איי שוין געהאלטן אין די לעצטע פאזעס פון די אויספארשונג, אבער זיין האבן נאכנישט געהאט פרעזענליך אויסגעפארשט עטליכע פון די פערזענליכקייטן וואס זענען געווען פארבינדן צום אויספארשונג, אריינגערעכנט קלינטאן זעלבסט.

בילד: פרעזידענט טראמפ אין פרישע אטאקע קעגן געוועזענעם עף-בי-איי הויפט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל