ווארשא – די אויטאריטעטן אינעם פוילישן מוזעאום אין ווארשא, וועלכע איז א געדענקמאל פאר אידישע היסטאריע אין פוילן, האבן געזאגט אז זיי האבן שוין דערגרייכט צו איין מיליאן באזוכער. דער מוזעאום האט זיך געגרינדעט מיט ווייניגער ווי דריי יאר צוריק, און ס'איז א היסטארישער גרויסער ציפער אז אין ווייניגער ווי דריי יאר האבן באזוכט א מיליאן מענטשן אינעם מוזעאום. דער מוזעאום באשטייט פון אכט באזונדערע אפטיילונגען, אויסגעשפרייט אויף 43 טויזנט סקווער פיס, און ס'פארמאגט איבערבלייבענישן און היסטארישע ארטיקלען פון די ארום טויזנט יאר וואס אידן האבן געוואוינט אין פוילן ביז'ן צווייטן וועלט קריג.

בילד: ווארשא'ס אידישע מוזעאום'ס ציפערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל