קאבול – טאליבאנער מיליטאנטן האבן נעכטן דורכגעפירט א סעריע אטאקעס לענגאויס אפגאניסטאן, אין א פארזוך צו צייגן אז זיי זענען צוריק מיט א שטארקע אנוועזנהייט אין לאנד און וועלן ווידעראמאל פרובירן צו פארכאפן דארטן די מאכט, אזוי ווי זיי האבן אנגעהאלטן די מאכט בעפאר דער אמעריקאנער אינוואזיע אין 01'. די אטאקעס נעכטן זענען דורכגעפירט געווארן אינעם פאקטיע פראווינץ, גאזני פראווינץ און אנדערע שטעט, און די טויטליכסטע איז געווען אויף פאליציי הויפטקווארטירן אין גארדעז, די הויפטשטאט פונעם פאקטיע פראווינץ, וואו צוויי זעלבסטמערדער האבן אויפגעריסן קאר באמבעס, און די באמבעס האבן אויפגעבראכן די צוימען ביים אריינגאנג, ערלויבנדיג פאר מאסן באוואפנטע טאליבאנער אריינצוקומען און שיסן אינעווייניג אויף פאליציי אפיצירן און איינגעשטעלטע. אלעס אינאיינעם זענען 21 פאליציי אפיצירן און 20 ציווילע אומגעקומען אין דער אטאקע, און אינאיינעם מיט אנדערע אטאקעס לענגאויס אפגאניסטאן, זענען 69 אומגעקומען און איבער 300 זענען פארוואונדעט געווארן.

בילד: טאליבאן וויל רעגירן אין אפגאניסטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל