לאנדאן – דער הויפט פון דער בריטישער "עם איי 5" שפיאנאזש אגענטור, האט געגעבן א זעלטענע אינטערוויו, אין וועלכע ער האט געווארנט אז ענגלאנד שטייט אויס א גאר ערנסטן טעראר געפאר, ווי קיינמאל פריער. אלעס אינאיינעם האט ענגלאנד היי יאר געהאט 5 טעראר אטאקעס, און דער שפיאנאזש פירער ענדרו פארקער זאגט אז איבער 130 בריטישע בירגער זענען שוין געפארן קיין איראק און סיריע, און זיך אנגעשלאסן אין אייסיס, און די בירגער שטעלן יעצט א געפאר פון פרישע אטאקעס. פארקער זאגט אז צוואנציג אטאקעס האט שוין זיין שפיאנאזש אגענטור באוויזן אפצושטעלן אין די לעצטע 4 יאר, אריינגערעכנט זיבן אין לעצטן האלבן יאר. פארקער זאגט אז זיין אגענטור פארמאגט איבער פינף הונדערט אקטיווע אויספארשונגען איבער טעראר געפארן, וואס די אויספארשונגען נעמען אריין ארום דריי טויזנט בריטישע בירגער, וועלכע ווערן פארדעכטיגט אלס טעראר-פארבינדעטע זשיהאדיסטן אדער פשוט'ע טעראר סימפאטיקער.

בילד: בריטישער שפיאנאזש-הויפט גיט ערנסטע ווארענונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל