וואשינגטאן – די ריכטער אינעם סופרים קאורט האבן נעכטן געצייגט אז זיי זענען אומזיכער און צעטיילט וויאזוי צו אורטיילן איבער א וויכטיגע וויילער-רעכטן קעיס וואס זי באהאנדלט. דער קעיס איז איבער דעם וואס רעפובליקאנער סטעיט פירער אין וויסקאנסין האבן פריש איינגעטיילט די סטעיט קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט מאפעס, און ארטיגע ליבעראלע אקטיוויסטן זאגן אז די מאפעס זענען איינגעטיילט געווארן מיט בלויז פאליטישע מאטיוון און צו אפשוואכן דעם כח פון דעמאקראטישע וויילער, שווארצע און אנדערע מינאריטעטן, און דעריבער האבן זיי געקלאגט די סטעיט, און עווענטועל איז אנגעקומען די קלאגע צום סופרים קאורט. מען האט געזען נעכטן אין געריכט אז די ליבעראלע ריכטער האבן געוואלט גלייך אורטיילן אז וואס די רעפובליקאנער אין וויסקאנסין האבן געטאן איז אומלעגאל, און אויך עטליכע פון די קאנסערוואטיווע ריכטער האבן געזאגט אז זיי זענען נישט זיכער צי ס'איז אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנעל צו צעטיילן דיסטריקטס מיט בלויז פאליטישע מאטיוון.

בילד: סופרים קאורט אומזיכער איבער וואל דיסטריקטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל