סאן כואן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין פארטא ריקא, וואו ער האט זיך געטראפן מיט די לאקאלע אויטאריטעטן און געהערט אן אפדעיט איבער די אנגייענדיגע ארבעט צוריקצושטעלן דעם אינזל אויף די פיס נאכ'ן ווערן באטראפן פון האריקעין מאריא. טראמפ האט געזאגט אז פארטא ריקא איז מזל'דיג פאר'ן אויסמיידן אזא קאטאסטראפע און אזויפיל פאטאליטעטן ווי עס זענען געווען ביי האריקעין קאטרינע אין 05'. נעכטן האט מען אויך געהערט פון פארשידענע אנגייענדיגע פראיעקטן און פעדעראלע פארשלאגן ארויסצוהעלפן דעם אמעריקאנער אינזל, אריינגערעכנט א פארשלאג פון רעפובליקאנער קאנגרעסלייט צו באשטעטיגן פרישע איין ביליאן דאלאר פאר מעדיקעיד בענעפיטן פאר פארטא ריקא, און אויך האט די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע ארויסגעשטעלט א פלאן פון 76.9 מיליאן דאלאר וואס וועט אפקאסטן צוריקצושטעלן דעם גאנצן טעלעקאמיוניקאציע נעץ אויפ'ן אינזל.

בילד: טראמפ באזוכט פארטא ריקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל