אלבאני – ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי האט פובליצירט א פרישן באריכט אין וועלכע ער זאגט אז די סטעיט שיקט צו די פעדעראלע רעגירונג פיל מער שטייערצאלער געלטער ווי וויפיל געלטער די סטעיט באקומט צוריק אין פעדעראלע הילפס פראגראמען. לויט דינאפאלי'ס באריכט, באקומען ניו יארקער צוריק בלויז 84 צענט פאר יעדן דאלאר אין שטייערצאלער געלטער וואס מ'שיקט פאר דער פעדעראלער רעגירונג, און קוקנדיג אויף פאראיאר, האט ניו יארק סטעיט געשיקט 41 ביליאן דאלאר מער ווי וויפיל זי האט צוריקבאקומען. דינאפאלי זאגט אז רוב אמעריקאנער סטעיטס באקומען מער פעדעראלע הילפס געלטער ווי וויפיל זיי שיקן צו דער פעדעראלער רעגירונג אין שטייערצאלער געלטער, און דעריבער איז דאס נישט יושר, און די פעדעראלע רעגירונג מוז העכערן די הילפס געלטער פאר ניו יארק.

בילד: ניו יארקער צאלן מער ווי זיי באקומען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל