מאנהעטן – א פרישע באריכט צייגט אז די ריעל עסטעיט-האטעל ביזנעס אין ניו יארק סיטי איז אויף אזא הויכן שטאפל, אז דעוועלאפערס לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אפצוקויפן גרויסע באצאלטע-פארקינג לאטס מיט'ן ציל אויפצובויען דארטן נייע האטעלן. לויט'ן באריכט האבן ריעל עסטעיט דעוועלאפערס אפגעקויפט אין די לעצטע 9 מאנאטן דריי גרויסע פארקינג גאראדזשעס אין די מידטאון מאנהעטן געגנט צווישן די זעקסטע און זיבעטע עוועניוס, וואס אלעס אינאיינעם האבן די גאראדזשעס אקאמאדירט ארום טויזנט קארס. אויפן ארט פון די דריי פארקינג גאראדזשעס, וועלן אוועקגעשטעלט ווערן צוויי נייע האטעלן, וואס וועלן האבן נאענט צו אכט הונדערט צימערן. דער באריכט האט אויפגעברענגט אויפברויז ביי פילע סיטי אקטיוויסטן, וועלכע האבן געזאגט אז דאס צייגט אז ניו יארק סיטי רעכנט זיך מער מיט אויסלענדישע געסט און טוריסטן, ווי איידער צוצושטעלן גענוג פארקינג פאר אירע איינוואוינער.

בילד: מאנהעטן האטעל ריעל עסטעיט איז שטארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל