מעין – צוויי קוען זענען דערקלערט געווארן פאראנטווארטליך פאר צוויי באזונדערע קאר עקסידענטס וועלכע האבן פאסירט אין מעין, בלויז געציילטע מינוט אפגערוקט איינס פון צווייטן. פאליציי אין אובארן, מעין זאגט אז איין דרייווער וועלכע האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א גרויסן שווארצן קו וועלכע האט געוואנדערט אין די גאסן, האט אלארמירט 911, און בשעת ער איז געווען מיט'ן דיספעטשער אויפן טעלעפאן, האט פאסירט א צווייטע צוזאמשטויס, ווען אן אנדערע קאר האט אריינגעקראכט אין אן אנדערע שווארצע קו, בלויז 600 פוס אפגערוקט פון וואו דער ערשטער צוזאמשטויס האט פאסירט. וויאזוי די פאליציי האט פון די ערשטע מינוט געוואוסט אז ס'איז נישט איין קו פון ביידע אינצידענטן, איז פארבליבן אן ערנסטע מיסטעריע... עווענטועל האט זיך טאקע אזוי ארויסגעשטעלט און ביידע קוען זענען צוריקגעפירט געווארן צום פארם פון וואו זיי האבן ארויסגעוואנדערט.

בילד: 2 קוען, 2 אויטאס, 2 צוזאמשטויסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל