וואשינגטאן – א מערהייט אמעריקאנער בירגער זאגן אז זיי שעצן קריסטאפער קאלאמבוס, וועלכער האט אנטדעקט דעם צפון אמעריקאנער קאנטינענט, און א מערהייט בירגער האלטן אויך אז עס וואלט געווען א גוטע זאך אוועקצושטעלן א נאציאנאלע חאגע טאג אים צו באעהרן. די "מעריסט קאלעדזש" האט דורכגעפירט אן אנקעטע, וועלכע האט געטראפן אז 56 פראצענט אמעריקאנער האבן א פאזיטיוון בליק אויף קאלאמבוס, און בלויז 28 פראצענט האבן א נעגאטיוון בליק אויף אים, צוליב זיין ראלע אין טשעפען און דערמארדן די "אינדיאנער-אמעריקאנער" וועלכע האבן באזעצט דעם קאנטינענט די ערשטע. די אנקעטע קומט אין א צייט וואס פילע ליבעראלע סיטיס, אריינגערעכנט ניו יארק, ווילן אראפנעמען קאלאמבוס סטאטוען צוליב דער דערמאנטער סיבה.

בילד: פאלק וויל קאלאמבוס חאגע טאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל