וואשינגטאן – א פרישע באריכט צייגט אז דזשעראד קושנער און זיין פרוי האבן גענוצט א דריטע פריוואטע אימעיל אקאונט. די צוויי האבן גענוצט זייערע פריוואטע אימעיל אקאונטס צו שיקן און באקומען צענדליגער ווייסע הויז אימעילס און רעגירונג אינפארמאציע, און יעצט ווערט מען געוואויר אז אויסער דעם האבן זיי געהאט א דריטע אימעיל אקאונט, וואו זיי האבן געשיקט און באקומען הונדערטער ווייסע הויז אימעילס, מיט מעגליכע האקעלע רעגירונג אינפארמאציע. דעמאקראטן האבן שוין רעאגירט צום פרישן באריכט און געזאגט אז זיי ווילן האבן באלדיגע ענטפערס פונעם ווייסן הויז און פון קושנער זעלבסט, ספעציפיש צי קושנער האט גענוצט די פריוואטע אימעיל אדרעסן אויף אנצופירן אמעריקע'ס דיפלאמאטישע מיסיעס, ספעציפיש אינעם מיטל מזרח, וואו דער פרעזידענט האט אים געשטעלט אלס דער שליח צו מאכן שלום צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל.

בילד: קושנער גענוצט דריטן פריוואטן אימעיל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל