וואשינגטאן – די רעפובליקאנער סענאטארשע סוזען קאלינס איז דערווארט צו מעלדן אין די קומענדיגע טעג, צי זי וועט לויפן פאר גאווערנאר פון איר היימסטעיט מעין, אדער פארבלייבן אינעם סענאט. קאלינס איז שטארק פרוסטורירט מיט אירע רעפובליקאנער קאלעגעס אינעם סענאט און בכלל מיט'ן פאקט אז דער סענאט באווייזט נישט אויפצוטאן גארנישט אויף די פארשידענע וויכטיגע אישוס. זי איז פון די געציילטע רעפובליקאנער עכטע מעסיגע פאליטישאנס, וואס דאס האט זיך ארויסגעוויזן ביי די לעצטיגע רעפובליקאנער פרואוון אפצושאפן אבאמאקעיר, ווען זי האט זיך ארויסגעשטעלט אייביג קעגן די פרואוון. אויב וועט קאלינס טאקע רעזיגנירן פונעם סענאט, וועט דאס געבן די מעגליכקייט פאר א קאנסערוואטיוון רעפובליקאנער צו לויפן פאר איר זיץ, און דער סענאט וועט פארלירן איינס פון די פארבליבענע מעסיגע פיגורן.

בילד: סענאטארשע קאלינס באטראכט רעטייערמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל