ניו יארק – פאליציי האבן פארשטארקערט די זיכערהייט מאסנאמען ביי א אידישן מוזעאום אין ניו יארק סיטי, נאכדעם וואס אייסיס טעראריסטן האבן ארויסגעשטעלט סטראשונקעס קעגן דעם מוזעאום, צוליב וואס די מוזעאום פירערשאפט האבן אפגעהאלטן א ספעציעלע צערעמאניע אין עהרע פון עטליכע קורדישע גרופעס וועלכע קעמפן קעגן אייסיס. די סטראשונקע קעגן דעם "מוזעאום אוו דזשואיש העריטעדזש" וועלכע דינט ווי א האלאקאוסט מוזעאום, ווערט נישט באטראכט אלס אן ערנסטע, אבער די פאליציי האט געזאגט אז זיי נעמען עס זייער ערנסט און באוואפנטע פאליציי אפיצירן זענען אראפגעשטעלט געווארן ביי די אריינגענג צום מוזעאום אין די לעצטע פאר טעג.

בילד: אייסיס סטראשעט אידישן מוזעאום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל